Bewise Inc. www.tool-tool.com Reference source from the internet.

באואינג איז די וועלט'ס גרעסטע עראספעיס פירמע הויפטקווארטירט אין שיקאגא, אילינאוס. די פירמע איז צעטיילט צו צוויי אפטיילונגן, די ערשטע די קאמערציאלע אפטיילונג וועלכע פראדוצירט קאמערציאלע עירקרעפט פאר עירליינס און די צווייטע איז איר דעפענס עירקרעפט פראדוקציע. באואינג איז אמעריקע'ס צווייטע גרעסטע דעפענס עירקרעפט קאנטראקטאר נאך לאקהיד מארטין וואס מיינט אויך די וועלט'ס צווייטע גרעסטע דעפענס עירקרעפט קאנטראקטאר. באואינג איז א ריכטיגע אמעריקאנער פירמע וועלכע פראדוצירט אלע אירע מאדעלן אין אמעריקע און גיט ארבעט פאר 152,000 אמעריקאנער צעטיילט אין 10 סטעיטס רוב פון זיי אין עווערעט, וואשינגטאן, נישט ווייט פון סיעטל און דאס איבעריגע אין קאליפארניע, מיזורי, טעקסאס, אריזאנע, קענזעס, און פענסעלוועניע.


[בעאַרבעטן] היסטאריע

די פירמע איז געגרינדעט געווארן דורך וויליאם באואינג אין 916' אינאיינעם מיט א נעיווי אינדזשעניר אלס א שותף. מר. באואינג איז געווען א געלערנטער מענטש און איז רייך געווארן פון האלץ מסחר וואו ער האט זיך אויך אויסגעלערנט צו בויען קונצליכע סטרוקטורן וועלכע איז אים צוניץ געקומען ווען ער האט אנגעהויבן בויען פליגער. די פירמע איז געוואקסן ווען זי האט אפגעקויפט עטליכע קליינע עירקרעפט פירמעס אבער עס האט זיך נישט גוט איינגעגעבן און די פירמע איז שפעטער צעטיילט געווארן צו 3 טיילן און באואינג איז געבליבן איינע פון זיי. באואינג האט דעמאלט פרובירט אליינס אריינגיין אין די עירליין ביזנעס אבער עס האט נישט געארבעט און זי האט זיך ארויסגעצויגן דערפון ווען זי האט באקומען גוטע קאנטראקטן פון פען אמעריקן עירליינס צו בויען א רייע פליגער. די פירמע איז געווארן באקאנט אין 934' ווען זי האט פראדוצירט די 314 קליפער וועלכע איז דעמאלט געווען די גרעסטע קאמערציאלע פליגער וועלכע האט אריינגענומען 90 פאסאזשירן בייטאג און 40 ביינאכט. פען אמעריקן האט שטארק מצליח געווען א דאנק דעם קליפער און האט אנגעהויבן מאכן טעגליכע פלייטס פון אמעריקע קיין לאנדאן און שפעטער צו אנדערע פאפולערע דעסטינאציעס. דער פליגער איז געווען גרויס קעגן וויפיל פאסאזשירן עס האט אויפגענומען און האט זיך געהויבן פון וואסער. ווען די צווייטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט די רעגירונג געצווינגן אלע אינדוסטריאלע פירמעס צו ארבעטן פאר די מיליטער און באואינג האט אנגעהויבן בויען מיליטערישע פליגערס. די פירמע האט געזוכט צו מאכן וואס מער פליגער און האט זיך פארברייטערט פיל-פאכיג אבער זינט עס זענען נישט געווען קיין ארבייטער ווייל רוב מענער זענען געגאנגן קעמפן קיין אייראפע, האט די פירמע אויפגענומען זייערע פרויען און האט באוויזן צו פראדוצירן 350 פליגער פער מאנאט. דורכאויס די קריג האט באואינג פראדוצירט די היסטארישע בי-17 באמבארדירער אינאיינעם מיט לאקהיד מארטין און דאגלעס עירקרעפט. אין דער זעלבער צייט האט בעל עירקרעפט פראדוצירט די היסטארישע בי-29 באמבארדירער. מיט די צוויי פליגער האבן אמעריקאנער כוחות געהאגעלט באמבעס אויף דייטשע טרופן אין פראנקרייך און שפעטער אין דייטשלאנד. נאך די קריג האט דאס מיליטער מער נישט געברויכט אזויפיל פליגער און די פירמע האט בלית ברירה אויפגעזאגט 70,000 ארבייטער און זיך געפלאגט איבערצוארבעטן די פארבליבענע מיליטערישע פליגער צו קאמערציאלע פליגער און דאס פארקויפט פאר עירליינס. אבער נישט פאר לאנג איז מען געשלאפן און די קאלטע קריג האט אנגעהויבן ווערן א רעאליטעט און דאס מיליטער איז געווען אין א פארמעסט מיט די סאוויעטן איבער מיליטערישע געצייג און פליגער. באואינג האט דעמאלט אנגעהויבן פראדוצירן מיסילס און נייע פליגער פון פארשידענע סארטן. אין דער זעלבער צייט זענען די ערשטע דזשעט פליגער ערשינען דורך עטליכע אייראפעאישע פירמעס און באואינג האט באשלאסן אויך צו פראדוצירן א דזשעט פליגער וועלכע איז שפעטער געבוירן געווארן אלס די בי-707 און איז נאכגעפאלגט געווארן מיט די בי-720, און בי-727 וועלכע האבן איבערגעשטיגן די אייראפעאישע מאדעלן מיט פארשידענע טעכנאלאגיעס. עירליינס און פילאטן האבן שטארק געגליכן די באואינג מאדעלן און די פירמע האט געהאט א גרויסע סוקסעס. די בי-727 איז פארבליבן א שטארקע מאדעל ביז אין 84' ווען די פירמע האט אפגעשטעלט איר פראדוקציע אבער נאך היינט זענען פאראן נאנט צו טויזענט בי-727'ס אין דער לופטן. אין די 60'גער יארן איז באואינג אפגעקויפט געווארן פון א ריזיגע העליקאפטער פירמע וועלכע האט אינאיינעם מיט באואינג פראדוצירט די טשינוק און סי-נייט מיליטערישע העליקאפטערס מיט וועלכע אמעריקע האט שטאלצירט. קאמערציאלע פראדוקציע איז ווייטער געגאנגן און אין די ענדע 60'גער יארן איז באואינג ערשינען מיט צוויי לעגענדערע מאדעלן די בי-737 און די 747-100 פליגער וועלכע זענען געווארן די סטאנדארט פון קאמערציעלע עירקרעפט. די 737 איז ביז'ן היינטיגן טאג פארבליבן די בעסט פארקויפטע פליגער אין אוויאציע היסטאריע און פארקויפט זיך נאך היינט אין די הונדערטער ווען דער מאדעל ווערט כסדר פארבעסערט. אין די 70'גער יארן איז באואינג דורכגעגאנגן איר שווערסטע צייטן ווען די ספעיס אפאלא פראגראם איז אפגערופן געווארן. באואינג איז געווען פון די גרעסטע שותפים אין דעם אפאלא און האט שאדן געהאט אסאך געלט. אין יענע צייטן איז געווען א רעסעסיע פאר די עירליין אינדוסטרי און קאנגרעס האט אפגעזאגט באואינג'ס סופערסאניק פראגראם וועלכע האט געזאלט קאנקורירן מיט די היסטארישע בריטיש-פראנצויזישע קאנקארד. עס איז דורך איבער א יאר וואס באואינג האט נישט באקומען קיין איין באשטעלונג און די פירמע האט אויפגעזאגט האלב פון אירע 80,000 ארבייטער. די פירמע'ס אויפלעבונג איז געווען די 747 דזשאמבאו וועלכע איז געווען א געוואגטע אונטערנעמונג אבער האט אויפגעשאקעלט די אוויאציע וועלט און איז געווארן באואינג'ס צווייטע גרעסטע סוקסעס און ביז עירבאס האט פראדוצירט איר עי-380 מאדעל איז באואינג געווען די איינציגסטע דזשאמבאו פליגער. די 80'גער יארן איז געווען די בעסטע פאר באואינג ווען די פירמע האט באקומען טויזענטער ארדערס און האט באקומען א גרויסע קאנטראקט פון נאס"א פאר די נייע ספעיס שאטעל פראגראם. אין יענע יארן האט באואינג אנטוויקעלט איר 757 מאדעל אוןנאך אסאך אנדערע מאדעלן וועלכע ווערן ברייט באנוצט דורך רוב עירליינס פון די וועלט. אבער אויך אין די 80'גער יארן איז געבוירן געווארן וואס איז שפעטער געווארן באואינג'ס גרעסטע קאנקורענט, די פראנצויזישע עירבאס פירמע וועלכע איז געוואקסן צו אייראפע'ס גרעסטע עירקרעפט פראדוצירער און איז גאנץ לעצטענס געווארן נומער איינס אין די קאמערציאלע עירקרעפט מיט מער ארדערס און דעליוועריס ווי באואינג אין די לעצטע צוויי יאר.


[בעאַרבעטן] קאנקורענט מיט עירבוס

עירבוס איז געווארן אן ערנסטער קאנקורענט קעגן באואינג אין די 80'גער יארן ווען זי האט אנגעהויבן דעליווערן איר עי-320 מאדעלן און זינט די פירמע איז געגרינדעט געווארן צו זיין א קאנקורענט קעגן באואינג האט מען דאס נאנט באטראכט די אלע יארן ביז עירבאס האט עווענטועל באוויזן איבערצושטייגן באואינג אין 03' און נאכאמאל אין 04' און אין 05'. בעת די שורות זענען געשריבן געווארן האט עירבאס ווידער איבערגעשטיגן באואינג אויך מיט ארדערס געבנדיג איר אן אויבערהאנט איבער באואינג דריי יאר נאכאנאנד. ביי די לעצטע אוויאציע פארשטעלונג האט עירבאס באקומען 280 באשטעלונגן אין די ווערט פון 34 ביליאן דאלאר ווען באואינג האט נאר באקומען 146 באשטעלונגן אין די ווערט פון 15 ביליאן דאלאר. אבער איבער די יאר האט באואינג געמאלדן מער באשטעלונגן ווי עירבאס און עס האט אויסגעקוקט אז באואינג וועט זיך צוריק כאפן אבער די וואך האט עירבאס האט באקומען לעצטע מינוטיגע ארדערס. נאך אלץ זענען די צוויי פירמעס נישט קיין פארגלייך ווען מען קוקט צוריק די היסטאריע פון ביידע. באואינג איז פיל לענגער אין ביזנעס און האט רוב פון די יארן פארקויפט דאס מערסטע פליגער ווען עירבאס איז נאר יעצט גרויס געווארן נאך 33 יאר אין ביזנעס. אלעס אינאיינעם שאצט מען אז עירבאס האט 3,850 עירקרעפט אין סערוויס ווען באואינג האט איבער 20,000 וואס מיינט זעקס קעגן איינס. באואינג איז אויך אין קאנקורענט מיט לאקהיד מארטין איבער רעגירונג קאנטראקטן פאר מיליטערישע פליגער. אין 03' האט לאקהיד מארטין געקלאגט באואינג פאר אינדוסטריאלע שפיאנאזש און די פירמע איז באשטראפט געווארן מיט'ן פארלירן קאנטראקטן ווערט פון א ביליאן דאלאר און זי איז פארבאטן געווארן פון נעמען נייע קאנטראקטן פאר 20 מאנאטן וועלכע ענדיגט זיך דעם קומענדיגן מערץ. אויך מיט עירבאס האט באואינג געהאט לעגאלע פראבלעמען אין ווען זי האט געקלאגט עירבאס צו די ווארלד טרעיד ארגאניזאציע האט עירבאס צוריק געקלאגט באואינג מיט אנדערע קלאגעס. אין די ענדע האבן ביידע פירמעס געשלאסן אן אפמאך אז זיי וועלן זיך אויסגלייכן צווישן זיך און ארויסלאזן די ווארלד טרעיד ארגאניזאציע דערפון. באואינג'ס איצטיגע אינוועסמענט איז די דריעמליינער וועלכע וועט זיין א פארגעשריטענע פליגער וועלכע וועט נוצן ווייניג ברענשטאף. די דריעמליינער האט באקומען אסאך ארדערס אבער פון וואס באואינג חלומ'ט שטייט זי נאך זייער ווייט. באואינג וועט אויך איבערמאכן דעם 747 דזשאמבאו פליגער צו אביסל א גרעסערע מאדעל אלס א דירעקטע קאנקורענט צו די עירבאס עי-380.


BW Bewise Inc. Willy Chen willy@tool-tool.com bw@tool-tool.com www.tool-tool.com skype:willy_chen_bw mobile:0937-618-190 Head &Administration Office No.13,Shiang Shang 2nd St., West Chiu Taichung,Taiwan 40356 TEL:+886 4 24710048 / FAX:+886 4 2471 4839 N.Branch 5F,No.460,Fu Shin North Rd.,Taipei,Taiwan S.Branch No.24,Sec.1,Chia Pu East Rd.,Taipao City,Chiayi Hsien,Taiwan

Welcome to BW tool world! We are an experienced tool maker specialized in cutting tools. We focus on what you need and endeavor to research the best cutter to satisfy users demand. Our customers involve wide range of industries, like mold & die, aerospace, electronic, machinery, etc. We are professional expert in cutting field. We would like to solve every problem from you. Please feel free to contact us, its our pleasure to serve for you. BW product including: cutting toolaerospace tool .HSS Cutting toolCarbide end millsCarbide cutting toolNAS Cutting toolCarbide end millAerospace cutting toolФрезерыCarbide drillHigh speed steelMilling cutterCVDD(Chemical Vapor Deposition Diamond )PCBN (Polycrystalline Cubic Boron Nitride) Core drillTapered end millsCVD Diamond Tools Inserts’PCD Edge-Beveling Cutter(Golden Finger’PCD V-Cutter’PCD Wood tools’PCD Cutting tools’PCD Circular Saw Blade’PVDD End Mills’diamond tool Single Crystal Diamond Metric end millsMiniature end millsСпециальные режущие инструменты Пустотелое сверло Pilot reamerFraisesFresas con mango PCD (Polycrystalline diamond) FreseElectronics cutterStep drillMetal cutting sawDouble margin drillGun barrelAngle milling cutterCarbide burrsCarbide tipped cutterChamfering toolIC card engraving cutterSide cutterNAS toolDIN toolSpecial toolMetal slitting sawsShell end millsSide and face milling cuttersSide chip clearance sawsLong end millsStub roughing end millsDovetail milling cuttersCarbide slot drillsCarbide torus cuttersAngel carbide end millsCarbide torus cuttersCarbide ball-nosed slot drillsMould cutterTool manufacturer.

Bewise Inc. www.tool-tool.com

BW специализируется в научных исследованиях и разработках, и снабжаем самым высокотехнологичным карбидовым материалом для поставки режущих / фрезеровочных инструментов для почвы, воздушного пространства и электронной индустрии. В нашу основную продукцию входит твердый карбид / быстрорежущая сталь, а также двигатели, микроэлектрические дрели, IC картонорезальные машины, фрезы для гравирования, режущие пилы, фрезеры-расширители, фрезеры-расширители с резцом, дрели, резаки форм для шлицевого вала / звездочки роликовой цепи, и специальные нано инструменты. Пожалуйста, посетите сайт www.tool-tool.com для получения большей информации.

BW is specialized in R&D and sourcing the most advanced carbide material with high-tech coating to supply cutting / milling tool for mould & die, aero space and electronic industry. Our main products include solid carbide / HSS end mills, micro electronic drill, IC card cutter, engraving cutter, shell end mills, cutting saw, reamer, thread reamer, leading drill, involute gear cutter for spur wheel, rack and worm milling cutter, thread milling cutter, form cutters for spline shaft/roller chain sprocket, and special tool, with nano grade. Please visit our web www.tool-tool.com for more info.
arrow
arrow
    全站熱搜

    beeway 發表在 痞客邦 留言(0) 人氣()